Politics

YIVO Yiddish Folksong Festival – The Forward

 

אָנהייבנדיק פֿונעם 9טן מײַ, וועט ייִוואָ אָנפֿירן מיט אַ גרויסן מוזיק־פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד. אַ טייל וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף זום, און טייל — פּנים־אל־פּנים.
דער פֿעסטיוואַל באַשטייט פֿון פֿיר קאָנצערטן, וווּ מע וועט שפּילן צוועלעף נײַע קאָמפּאָזיציעס וואָס וועבן צונויף קלאַסישע און פֿאָלקסמאָטיוון, ווי אויך ווייניקער באַקאַנטע פֿאָלקסלידער גענומען פֿון ייִוואָס אַרכיוון.
צווישן די 15 קאָמפּאָזיטאָרן וואָס מע וועט שפּילן זייערע ווערק זענען אַלעקס ווײַזער, מרדכי־צבֿי ראָסל, אַני גאָספֿילד און לייני פֿעפֿערמאַן. די פֿאָלקסזינגער וואָס וועלן אויפֿטרעטן נעמען אַרײַן עטל ריים, דזשאָש וואַלעצקי, מרים־חיה סגל, דזשאַנעט לויטער, איליאַ שנייווײַס און שׂרה גאָרדאָן.

אינעם ערשטן קאָנצערט, וואָס קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 9טן מײַ, 7:00 נאָך מיטאָג אינעם ייִוואָ־בנין אין מאַנהעטן, וועט מען שפּילן באַקאַנטע קלאַסישע קאָמפּאָזיזציעס אויפֿן סמך פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס, אַרײַנגערעכנט ווערק פֿון סערגיי פּראָקאָפֿיעוו, מאָריס ראַוועל, יואל ענגעל און אַהרן קאָפּלאַנד, ווי אויך די פּרעמיערעס פֿון נײַע ווערק.
כּדי אויסצוגעפֿינען וועלכע קאָנצערטן און דיסקוסיעס קומען פֿאָר אָנלײַן און וועלכע פּנים־אל־פּנים, און כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ.



Source hyperlink

Leave a Reply

Your email address will not be published.

close